אגודת שמיטה – כך זה התחיל

אגודת שע"י חברת שומרי שביעית, איז געגרינדעט געווארן בשנת תשס"ז דורך הרב שמחה מרגליות, זיך גרייטענדיג צום בעפארשטייענדן שמיטה-יאהר (שנת תשס"ח). דורכגעלערנענדיג די הלכות און ענינים 'שמיטת קרקעות', האט זיך ארויסגעשטעלט די ווייטאגליכע מציאות, אז היינט צוטאג'ס זענען כמעט נישט פארהאנען יודן וואס זענען ריכטיג מקיים 'מצות שמיטה' און זענען ליידער נישט זוכה צו זיין א טייל פון די 'שומרי שמיטה'.
דערזעהנדיג די פראבלעם, האט אויפגעבליצט דער געדאנק: אויפשטעלן אן אפציעלע ארגענעזאציע וועלכע וועט זיך אפגעבן מזכה צו זיין יעדן איד וואס וויל ריכטיג מקיים זיין 'מצות שמיטה', דורכ'ן קויפן אן אייגענעם שטיק לאנד. כ"ק אדמו"ר בעל עקבי אבירים מסאדיגורה זצוק"ל האט געשטיצט דעם געדאנק און האט געוואנדן הרב מרגליות צום עמוד ההלכה הגאון הגדול רבי שמואל אליעזר שטערן שליט"א גאב"ד שערי הוראה ורב מערב בני ברק וועלכע האט אויסגעקלארט אלע הלכה'דיגע אספעקטן וועלכע האבן זיך געפאדערט, כדי צו ערמעגליכן פאר ערליכע יודן מקיים צו זיין די 'מצות שמיטה' מיט די גרעסטע מאס הידור.
רבני'שע קערפערשאפט

זינט איר גרינדונג, טוט הגרש"א שטרן שליט"א שטיין אין שפיץ פון די ארגענעזאציע און ווערט פאררעכענט אלס דער אפציעלער 'מורה דרך' פון 'אגודת השמיטה'.
ביי די גרינדונג פון 'אגודת השמיטה' האט זיך הגרש"א שטערן שליט"א דורכגערעדט מיט די גדולי הדור הגר"ש וואזנער זצ"ל בעל שבט הלוי, הגרמי"ל לפקוביץ זצ"ל ראש ישיבת פונוביזש, ויבלחט"א מרן שר התורה הגר"ח קנייבסקי שליט"א, וועלכע האבן זיך אלע אויסגעדרוקט מיט גרויס התפעלות אויף די געוואלדיגע זיכוי הרבים און דאס אויפפרישונג פון די היסטארישע מצוה.
'אגודת השמיטה' האט פאר זיך בלויז איין-איינציגן ציהל: געבן די מעגליכקייט פאר יעדן יוד איבער די וועלט – סיי פון אר"י און סיי פון חו"ל – צו קענען מקיים זיין די מצוה פון 'שמיטה' דורכ'ן אפקויפן א שטיק לאנד פאר א מינומאלע אפצאל. דאס שטיק לאנד ווערט פארשריבן אין די לעגאלע 'טאבו' אויפן נאמען פונעם 'קויפער' דורכ'ן ארגענעזאציע (ווערט גערופן אין די לעגאלע שפראך: 'נאמנות') און עס ווערט געטון אלע הלכה'דיגע תנאים וועלכע פאדערן זיך מקיים צו זיין די מצוה מיט די גרעסטע הידור.
זינט דעם ערשטן שמיטה – שנת תשס"ח – פון ווען 'אגודת השמיטה' איז געגרינדעט געווארן, האבן שוין טויזענטע יודן זוכה געווען מקיים צו זיין 'מצות שמיטה' צום ערשטן מאל אין זייער לעבן! צוזאמען מיט מרנן ורבנן גדולי הדור שליט"א טון זיי זיך אנשליסן יעדן שמיטה-יאר אין 'אגודת השמיטה' און זענען זוכה מקיים צו זיין 'מצות שמיטה' מיט אלע הידורים.
מיר טון קלארשטעלן אז 'אגודת השמיטה' האט נישט קיין שייכות מיט 'קרן השביעית'. אונזער ציהל איז מזכה זיין יעדן יוד מיט מצות שמיטה דורך 'קויפן א פעלד', און דער ציהל פון 'קרן השביעית' איז ארויסצוהעלפן די פארמער'ס שומרי שמיטה. בייצושטייערן פאר 'קרן השביעית' ביטע רופט: 1800 5666 כדי צו פארמיידן א צומישעניש און אלס 'והייתם נקיים מה' ומישראל' האבן מיר געטוישט די נאמען פון די ארגענעזאציע 'אגודת שומרי שביעית' צו 'אגודת השמיטה' שע"י שומרי שביעית.