לעגאלע אנגעלעגנהייטן

איבערזעצונג אין אידיש:

יג' ניסן תשפ"א

 

מיין נאמען איז משה מארגענשטערן. איך בין אן אדוואקאט וועלכע טוט באגלייטן די לעגאלע אנגעלעגנהייטן פון די בארימטע ארגענעזאציע 'אגודת השמיטה'. זיך באקענענדיג פונדערנאנט מיט הנהלת 'אגודת שמיטה', בין איך מעיד אז זיי זענען באגלייבט מיט זייער באשעפטיגונג איינצוקויפן שטיקער פעלדער אין אר"י פאר אנדערע מענטשן (ווערט באצייכענט לעגאל אלס 'נאמנות'). די שטיקער לענדער ווערן פארשריבן אין די לעגאלע פאפירן פון 'לשכת רישום המקרקעין' אויפן נאמען פון די ארגענעזאציע, אז זיי האבן געקויפט די פעלדער אלס 'נאמנות' פאר די קויפער'ס וואס האבן דאס פאקטיש אפגעקויפט (און ווערן באצייכענט לעגאל אלס 'נהנים').

 

די ארגענעזאציע 'אגודת שמיטה' האט זיך מחייב געווען פאר מיר, אז דורכאויס די קומענדיגע שמיטה-יאר תשפ"ב, וועלן זיי אויפהערן ארבעטן אין די פעלדער סיי וועלכע ארבעט וואס איז אסור געטון צו ווערן בשנת השמיטה – לויט די אנווייזונגען פון עמוד ההלכה הגאון הגדול רבי שמואל אליעזר שטערן שליט"א גאב"ד שערי הוראה ורב מערב ב"ב ובברכתם פון מרנן ורבנן גדולי ישראל שליט"א. דאס טוט פארזיכערן אז די 'רוכשי הקרקעות' וואס האבן געקויפט די פעלדער דורך 'אגודת שמיטה', וועלן האבן די זעלטענע זכיה מקיים צו זיין מצות 'שמיטת קרקעות' מיט די גרעסטע הידורים.

 

אין ראם פון די פראצעדור איינצוקויפן די שטיקער לאנד 'בנאמנות' דורך 'אגודת שמיטה' און דורך די 'אפקויף אפמאך' ('הסכמי המכר והשיתוף') וועלכע ווערט אונטערגעשריבן ביים איינקויפן, געבט דאס די רעכטן פאר סיי ווער וואס פארבינדט זיך מיט די ארגענעזאציע און וויל איינקויפן א שטיקל פעלד אלס 'נהנה', אז ער זאל ווערן פאררעכענט אלס 'אייגענטומער' פון די ספעציפישע שטיקל ערד (לויט די לעגאלע מאפע [תשריט] וועלכע טוט אפטיילן די פעלדער לויט די פריוואטע אייגענטום) וועלכע איז איינגעקויפט געווארן פאר אים דורך די ארגענעזאציע בנאמנות. פון א לעגאלע שטאנדפונקט – געבינדען צו די געזעצן אין מדינת ישראל – ווערט יעדער 'נהנה' פאררעכענט לעגאל אלס די אויסשליסליכע 'בעלי בתים' פון די פעלד וואס איז איינגעקויפט געווארן פאר אים בנאמנות.

 

בכבוד רב,