נאכ'ן זיך אנשליסן אויפן וועב-זייטל, וועלן געשיקט ווערן דאקומענטן צו אייער אימעיל אדרעסס (וואס איר האט צוגעצייכענט). די צעטלעך וועט איר אויספילען כדי צו פארענדיגן דאס אפקויף פונעם פעלד. דאס רעכנט אריין די לעגאלע פראצעדורן וועלכע פאדערן זיך און ווערן אנגערופן: 'הסכם נאמנות' און 'הודעת נאמנות'. דאס הייסט, מיט אייער אנשלסונג, טוט איר אויפנעמען אגודת שמיטה אלס 'נאמן' צו קויפן דאס פעלד פאר אייך, און דורך אייער שליחות וועט דאס פעלד באלאנגען אונטער אייער בעלות ביז נאך די שמיטה יאר תשפ"ב.
זיך איינשרייבן 'בנאמנות' אינעם 'טאבו'
לויט די פסק פון גדולי הפוסקים, כדי ריכטיג מקיים צו זיין די מצוה מיט אלע הידורים, פארלאנגט זיך אז איידער די שמיטה יאר זאלט איר פארצייכענען אין דעם לעגאלן קאנטראקט (טאבו) אז איר האט געקויפט דאס שטיקל פעלד דורך א 'נאמן'. (דאס ווערט גערופן 'רישום בטאבו בנאמנות'). יעדער וואס האט זיך אנגעשלאסן וועט באקומען א 'רעסיט' (אישור רכישה) ווי ס'וועט אויך זיין אנגעצייכענט וועלכע ספעציפישע שטיקל ערד מ'האט געקויפט און א 'מאפע' וועלכע וועט אנווייזן די פונקטליכע ארט וואו דאס פעלד געפונט זיך און די אינפארמאציע ווי אזוי מ'קומט אן אהין.
איר זענט זוכה צו אלע ישועות!
באלד נאכ'ן זיך איינשרייבן באקומט איר די הייליגע הבטחה פונעם באשעפער אליינס 'וצויתי את ברכתי', וועלכע איז געזאגט געווארן אויך אין די זעקסטע יאר, פאר פעלד אייגענטומער וועלכע האבן אין פלאן צו היטן שמיטה אין די זיבעטע יאר.
צוגרייטונגען צום שנת השמיטה
אויסער איינקויפן דאס פעלד, טוט זיך 'אגודת שמיטה' אויך זארגען אויף אלעס און אלעם ארום וואס עס פאדערט זיך מקיים צו זיין 'מצות שמיטה'. דורכאויס די 'זעקסטע יאר' טוהן די פארמער'ס – וועלכע זענען געשטעלט מטעם 'אגודת שמיטה' – איינפלאנצן פלאנצונגען אין די פעלדער, כדי ריכטיג מקיים צו זיין די מצוה פון 'והשביעית תשמטנה ונטשתה' וועלכע ווערט מקיים בלויז אין א פעלד וועלכע איז באארבעט געווארן אין די זעקסטע יאר.
אין די זעלבע צייט טוט זיך הנהלת 'אגודת השמיטה' זארגען אויף אלע הלכה'דיגע אנגעלעגנהייטן ביים עמוד ההוראה ורב האגודה הגאון רבי שמואל אליעזר שטערן שליט"א. אזוי אויך זענען די הנהלת האגודה אין שטענדיגע פארבינדונגען מיט א געניטע שטאב פון אדוואקאטן וועלכע געבן זיך אפ מיט אלע לעגאלע אנגעלענהייטן.
מיר שטעלן אפ די ארבעט און זענען מפקיר די פעלד
אין בעפארברייטונג צום שמיטה-יאר, נעמע זיך צוזאמען די 'שלוחי הרבנים' צו א מעמד 'הפסקת עבודה', ווען די ארבעט אין פעלד ווערן אפגעשטעלט און די טויערן ווערן אויפגעמאכט ברייט אפן, מיט א טאוול וועלכע רופט אויס 'הפקר'.
קיום מצוות שמיטה
איר זענט זוכה מקיים צו זיין צוויי מצוות עשה מן התורה, יעדע איינציגע רגע אין לויף פון 384 טעג פון שמיטה יאר: מצוות 'תשמטנה ונטשתה' און מצוות 'ושבתה הארץץ".